זעה 4-שעה ווידיא ביי די ענדע פון די ארטיקל

מאָנראָו. — אַרום 100 מענטשן האָבן אָנגעפילט די זיצן ביי די ערשטע פון צוויי "פּאָבליק אינפאָרמאַציע סעסיעס" וואס איז פאָרגעקומען מיטוואָך נאַכט חוה"מ, צו שטודירן, פרעגן און צו קאָמענטירן איבער'ן צוקונפט פון זייער טאַון.

די "פּאָבליק אינפאָרמאַציע סעסיעס" ווערן אָפּגעהאַלטן דורכ'ן טאַון–אָוו– מאָנראָו צו צושטעלן דעטאַלן אויף די פּאָליטישע, פינאַנציעלע און עקאָנאָמישע ווירקונג אויב ;די וויילער וועלן באַשטעטיגן אַ רעפערענדום אויף נאָוועמבער– 7 צו שאַפן דעם "טאַון אָוו פּאַלם–טרי". די צווייטע סעסיע וועט אָפּגעהאַלטן ווערן דעם היינטיגן מיטוואָך.

די אַקאַונטינג פירמע "אַר–בי–טי" פון גוישען — וועלכע איז געדונגען געוואָרן דורך די מאָנראָו טאַון–באָורד אָפּצושאַצן די פינאַנציעלע אַפעקטן פון אַרויסציען די אייננאַמעס און קאָסטן פון די נייע מוניציפּאַליטעט פון די טאַון ביכער — האט געזאָגט אַז מאָנראָו וועט פאַרלירן 2,034,234 דאָלער אין אייננאַמעס, באַזירט אויף שאַצונגען ביים באַנוצן די 16 ' חשבונות. דאָס וועט אַרייננעמען 917,673 דאָלער אין פּראָפּערטי–טעקסעס און 165,000 דאָלער אין מאָרטגעדזש–טעקסעס.

דער אַקאַונטענט ביל קאָטשרען האט אנגעוויזן אז אַזאַ פאַרלוסט וועט אָפּווישן די טאַון'ס 4.7 מיליאָן דאָלער אין רעזערוון ביז דריי יאר — אויב דער טאַון טוט גאָרנישט צו אויסגלייכן די קאָסטן, ווי רעדוצירן אויסגאַבן אָדער העכערן טעקסעס. קאָטשרען האָט אויך פאָרגעשטעלט אַ פאַל פון וואָס אַזאַ אַ שטייער העכערונג קען אויסזען צו איבערדרייען די פאָראויסגעזעענע פאַרלוסטן.

זיין באַריכט האט אָנגעוויזן, אַז דער אייגענטימער פון אַ הויז מיט אַ געשאַצטע ווערד פון 280 טויזענט דאָלער אינעם טאַון–אָוו–מאָנראָו (אינדרויסן פון אירע ווילעדזשעס) וועט זען אַ 2.77 פּראָצענט העכערונג אין די יערליכע שטייער ביל אָדער 151.10 דאָלער. דער אייגענטימער פון אַן ענליך געשאַצטע הויז אין ווילעדזש–אָוו–מאָנראָו אָדער אין ווילעדזש–אָוו–הערימען וועט זען אַ 2.67 פּראָצענט העכערונג אין די יערליכע שטייער ביל, אָדער 145.66 דאָלער.

דזשאַן אַלעגראָו, אַ "יונייטעד מאָנראָו" פירערשאַפט מיטגליד, האָט שפּעטער אָנגעוויזן אַז די שטייער העכערונגען קוקט אויס צו זיין אַ פאַרשטענדליכע פּרייז צו באַצאָלן פאַר מאָנראָו אין אויסטויש צו האָבן אַ פּאָליטישע פרייהייט פון די קרית יואל בלאַק–וואָוט.

זיצנדיג ביים טיש מיט'ן מאָדערעיטאָר און מאָנראָו קאַונסילמאַן מייק מעגגין, הערימען מעיאָר סטיוו וועלע, מאָנראָו מעיאָר דזשים פּורסעל און מאָנראָו דעפּיוטי מעיאָר פרוי קאָנקלין, האָבן די "יונייטעד מאָנראָו" מיטגלידער מייק איגען און פרוי קאָנווערס געזאגט, אַז די צייט איז געווען רייף צו פאַרהאַנדלען און זיך אַרויסצוזען פון די קרית יואל בלאַק–וואָוט. איגען האָט צוגעגעבן, אַז יעדער האָט געקענט "אַריינשפּרינגען" צו פאַרהאַנדלען. אָבער בלויז "יונייטעד מאָנראָו" האָט עס געטאָן, ווען זיי האָבן דאָס אָנגעהויבן אין מערץ.

ער האָט געזאָגט, אַז "דער שלום אָפּמאַך" איז צווישן פּריוואַטע פּאַרטיייען, אָבער עס האט אינסענטיוון און בענעפיטן פאַר ביידע זייטן. עס וועט ענדיגן אַלע לעגאַלע קלאַגעס צווישן קרית יואל ווילעדזש, "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" און די קאָאַליציע פון ארומיגע טאַוֹנס און ווילעדזשעס איבער די 164 –עיקער אַפּעלאַט און די אָריגינעלע 507 –עיקערס פּעטיציע. "יעדער איז שוין קראַנק פון קעמפן", האָט איגען געזאגט.

די אָפּמאַך עלימינירט די קרית יואל בלאַק–וואָוט, וואָס אַפעקטירט נישט בלויז די וואָס ווערן ערוועלט צו טאַון אָפיסעס, נאָר אויך די וועמען די ערוועלטע באַאַמטע נאָמינירן צו די פּלענינג, זאָונינג, קאָנסערוועישאַן און אנדערע באָורדס און קאָמיסיעס וואָס טוען די טאַון'ס אַרבעט.

ער האָט אויך געזאָגט אַז קרית יואל ווילעדזש באַאַמטע האָבן זיך פאַרפליכטעט אַז זיי וועלן נישט זוכן נאָך לאַנד אָדער ערמוטיגן פּעטיציעס צו שאַפן ווילעדזשעס אין מאָנראָו און בלומינגראָוו ביז 10 יאָר. די אָפּמאַך איז, אין פאַקט, באַשטעטיגט געוואָרן דורך די אָרענדזש קאַונטי לעגיסלאַטור, וועלכע האָט געשטימט 18 קעגן 3 אין סעפּטעמבער צו געבן די וויילער אין די גאַנצע טאַון–אָוו–מאָנראָו די געלעגנהייט צו זאָגן יאָ אָדער ניין צו אַ צעשיידונג.

איגען האט געזאגט אַז אויב די רעפערענדום וועט באַשטעטיגט ווערן, וועלן די לאָיערס פאַר די קרית יואל ווילעדזש און "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" גיין גלייך צום געריכט, און זוכן אַ סטעיט סופּרים קאָורט ריכטער'ס אונטערשריפט אויף אַ "סטיפּולעישאן" איבער'ן אָפּמאַך וואָס די צוויי זייטן האָבן איינגעשטימט.

ער האָט אויך געזאָגט, אַז ער ערוואַרטעט קרית יואל ווילעדזש זאָל נוצן אירע פריינט אין אָלבאַני צו פאַרשנעלערן דעם פּראָצעדור ווען די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" זאָל אָפיציעל אַריינגיין אין קראַפט. לויט ווי עס האַלט יעצט, וועט די נייע טאַון אָפּהאַלטן וואַלן פאַר די נייע פּאָזיציעס ערשט אין נאָוועמבער 19 ' און איבערנעמען דעם אָפיס אויף יאַנואַר– 1 20 '.

אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי האָט שוין אויך געמאָלדן זיינע באַמיאונגען צו פאַרשנעלערן דעם פּראָגראַם.

ביי די "פּאָבליק אינפאָרמאַציע סעסיע" פון פאָריגן מיטוואָך איז אויך געווען אַ באשטימטע אָרט פאַר באַאַמטע פון קרית יואל ווילעדזש און פון די מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט. אָבער ווילעדזש באַאַמטע האָבן נישט טיילגענומען צוליב חול ה מועד, און מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט באַאַמטע האָבן געהאַט אַן אייגענע מיטינג אין סענטראַל–וואַלי.

די סקול–דיסטריקט האט רעאַגירט שריפטליך צו פראַגעס וואָס זענען אַריינגעשיקט געוואָרן פון פאָראויס דורך איינוואוינער און מעקגין האָט פאָרגעלייענט לייענען די רעאַקציעס ווען די פראַגעס זענען אויפגעברענגט געוואָרן.

בילד: טאַון אָוו פּאַלם–טרי





דער אויסגלייך צו פאָרמירן די נייע "טאַון אָוו פּאַלם–טרי"

פאָלגענד איז דער אָפּמאַך צווישן קרית יואל ווילעדש, און די "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי", לויט ווי עס איז נאָרוואס פאַרעפנטליכט געוואָרן ציל: פּאָליטישע צעשיידונג פון קרית יואל און די איבריגע פונעם טאַון–אָוו– מאָנראָו, צו ערלויבן יעדן צו באַזונדער פארשטעלן איר צוקונפט און ענדיגן די דיספונקציאָנירטע קאַמף פאַר קאָנטראָל פון די טאַון רעגירונג און אירע כוחות איבער אַנעקסעישאָן, זאָונינג, נאָמינאַציעס, דינגען אָנגעשטעלטע, פּערמיטן און מוניציפּ אַלע מיטלען.

שליסל פּונקטן:

  1. סקול–דיסטריקס באַשיצט. די אָפּמאַך איז גילטיג אויף אויסגלייכן די מאָנראָו-וואודבורי און קרית יואל סקול–דיסטריקט גרעניצן, אַזוי אַז די ק"י דיסטריקט איז אייניג מיט די נייע טאַון.
  2. קעגנזייטיגע שטיצע פאַר פּאַלם–טרי. "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" און קרית יואל וועלן שטיצן די פאָרמירונג פון די נייע טאַון וואס וועט זיין צונויפגעשטעלט פון די יעצטיגע "ווילעדזש אָוו קרית יואל" (אַריינגערעכנט די 164 עיַקער אַנעקסעישאָן) אין צגואָב פון 56 עיַקערס.
  3. אויב פּאַלם–טרי איז באַשטעטיגט סיי דורך די קאַונטי לעגיסלאַטור און סיי דורך די וויילער פון מאָנראָו דורך א טאַון רעפערענדום, ווערן די קלאגעס אויסגעגליכן:
    1. "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" און קרית יואל וועלן פאַרלאַנגען אַז די אָרענדזש קאַונֹטי סופּרים קאָורט זאָל פאַראָרדענען אַ "סטיפּולעישאָן אָוו סעטלעמענט" פון זייערע קלאַגעס וואס זאָל אַרייננעמען די פאָלגענדע טערמינען:
      1. קרית יואל וועט אָפּשטעלן איר אַפּעלאַט איבער די 507 –עיקער אַנעקסעישאָן צוריקווייזן.
      2. "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" וועט אָפּשטעלן איר אַפּעלאַט פון די 164 –עיקער אַנעקסעישאָן באַשטעטיגונגען און איר באַקעמפונג פון די אַנאַליז סיקר"ע פּראָצעדור און מסקנות.
      3. קרית יואל / פּאַלם–טרי וועט נישט מוטיגן, באַשיצן, אָדער טאָן סיי–וואָס צו ערמעגליכן סיי–וועלכע אַנעקסעישאָנס פון מאָנראָו אָדער בלומינגראָוו פאַר 10 יאָר פונעם אָנהוּיב פּאַלם–טרי און פאַר די צייט צווישן די באַשטעטיגונג און איר אָנהייב.
      4. קרית יואל / פּאַלם–טרי וועט נישט מוטיגן, באַשיצן, אָדער צוהעלפן די פאָרמירונגען פון נייע ווילעדזשעס אין מאָנראָו פאַר 10 יאָר פונעם אָנהוּיב פּאַלם–טרי און פאַר די צייט צווישן די באַשטעטיגונג און איר אָנהייב.
      5. קרית יואל און די טאַון אָוו פּאַלם–טרי וועט בלייבן אין די זעלבע גרעניצן אַמווייניגסטענס ביז 10 יאָר פון איר אָנהייב.
    2. קרית יואל וועט נעמען אַלע שריט וואָס איז נויטיג צו פאַרזיכערן אַז זי און פּאַלם–טרי קומען נאָך מיט דעם גייסט און "לעטער אָוו אַגריעמענט", אַריינגערעכנט רעזאָלוציעס סיי דורכ'ן ווילעדזש און סיי דורכ'ן טאַון אָוו פּאַלם–טרי.

נאָך פּונקטן:


  1. "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" שטימט איין נישט צו באַקעמפן אָרענדזש קאַונטי'ס סיקר"ע געפינסן פאַר פּאַלם–טרי.
  2. "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" וועט פאַרזיכערן דאָ צוריקציען אַ פּעטיציע צו אַנעקסירן לאַנד פון מאָנראָו אין בלומינגראָוו און פאַר 10 יאָר וועט זי נישט שטיצן אַזאַ סאָרט פּעטיציע, סיידן אַלע באָדן אייגענטימער שרייבן זיך אונטער דערויף.
  3. "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" וועט זיך נישט קעגנשטעלן יושר'דיגע, לאָגישע און לעגאַלע רעזידענץ זאָונינג און פּלענינג באַשלוסן אין די טאַון פון פּאַלם–טרי ביז 10 יאָר.
  4. קרית יואל / פּאַלם–טרי וועט זיך נישט קעגנשטעלן יושר'דיגע, לאָגישע און לעגאַלע רעזידענץ זאָונינג און פּלענינג באַשלוסן אין מאָנראָו ביז 10 יאָר.
  5. "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" שטיצט יושר'דיגע און לאָגישע זאָונינג, פּאסיגע קוואַליטי–אָוו–לייף סערוויסעס, פאַראַנטוואָרטליכע פּלענינג, באַשיצונג פון נאַטירליכע מיטלען, און דויערהאַפטע דעוועלאָפּמענט אין מאָנראָו פאַר'ן בענעפיט פון אַלע אירע איינוואוינער, אַריינגערעכנט די וואָס וואוינען אין די טעריטאָריע וואָס איז געווען אַריינגערעכנט אין די 507 –עיקער אַנעקסעישאָן פּעטיציע און איז נישט אַריינגערעכנט אין פּאַלם–טרי.
  6. "יונייטעד מאָנראָו" / "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" וועט נישט באַקעמפן קרית יואל'ס אָנגייענדע באַנוץ פון ווילעדזש-אייגענטום לאַנד אין מאָנראָו וואָס ווערט יעצט גענוצט פאַר פּאַרקלאַנד און קוואַל–וואַסער, ווילאַנג עס ווערט גענוצט געזעצליך און אין דער זעלבער וועג פאַר די זעלבע צוועקן.
  7. קרית יואל / פּאַלם–טרי וועט פאָרזעצן צו צושטעלן יושר'דיגע און גלייכע צוטריט צו מוניציפּאַלע וואַסער צו באָדענס אין דערבנדיגע געעגנטער אין מאָנראָו.
  8. קרית יואל וועט אָננעמען אַלע מעגליכע שריט אין איר אויטאָריטעט צו פאַרשנעלערן דעם אָנהייב פון פּאַלם טרי נאָכ'ן עס דורכפירן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל