די ״וואשינגטאן פאוסט״ דעקט אויף אז דער אויסגעשפראכענער קאנסערוואטיווער סענאט קאנדידאט שייט אויס א ערנסטע סקאנדאל נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט פארדינט פון א טשעריטי ארגאניזאציע איבער $400,000 אבער האט נישט באריכטעט די פארדינסט צו די שטייער אויטאריטעטן און ווארשיינליך אויסגעמיטן צו צאלן ארום $100,000 אין שטייערן. די וואשינגטאן פאוסט האט אים געבעטן זיינע טעקס ריטוירנס צו קענען איבערקוקן אויב ער האט באצאלט אבער ער האט זיך אנטזאגט עס צו געבן. עס איז נישט די ערשטע פראגע וואס קומט ארויף איבער זיינע פינאנצן אין פארבינדונג צו די טשאריטי ארגאניזאציע פאר וועלכע ער האט געארבעט זינט ער איז געווארן ארויסגעווארפן פון געריכט צוריק אין 2003 צוליב זיך אנטזאגן פון באשטעטיגן א אורטייל איבער צוטיילונג פון שטאט און רעליגיע. די סקאנדאלן קענען מעגליך פירן דערצו אז א דעמאקראט זאל געווינען אין די שטארק רעפובליקאנער סטעיט.

בילד: רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט רוי מאָר געווען פארמישט אין שטייער מיסברויך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל