א באריכט אין סי-ען-ען באזירט אויף קוועלער פון נאנטע צום סעקעטערי אף סטעיט טילערסאן זאגט אז ער איז שטארק אנטשויט פון די פאקט אז דער פרעזידענט פירט זיך אויף קינדעריש ווען עס קומט צו אויסערן פאליטיק, און ספעציעל איבער דעם וואס ער טוט זיך נישט געהעריג צונויפרעדן מיט זיין קאבינעט פאר׳ן מאכן וויכטיגע באשלוסן. ספעציעל האט זיך ארויסגעשטעלט די ריס צווישן די צוויי ווערן דער פרעזידענט האט אוועקגעמאכט אויף טוויטער זיינע דיפלאמאטישע באמיאונגען צו טרעפן א וועג צו קאמיוניקירן מיט נארט קארעא.

הויכראנגיקע קוועלער אין די נאציאנאלע זיכערהייט שטאב האבן געזאגט פאר די ען-בי-סי אז טילערסאן האט זיך עטליכע מאל אויסגעדריקט עפנטליך זייער שארף קעגן טראמפ און אים אנגערופן א ״אידיאט״ נאך א זיצונג מיט אים. די קעוועלעך זאגן אז ער באטראכט ערנסט זיך צו אפזאגן פון אמט, א זאך וואס וועט ברענגען די צאל אפגעזאגטע פון די אדמיניסטראציע צו פרעצעדענטלאזע נומערן. דער סעקערטערי זעלבסט האט אפגעלייקט די באריכטן, און געזאגט אז עס איז נארישקייטן. און דער פרעזידענט האט שוין היינט אויף טוויטער געשימפט קעגן די נייעס קוואל פאר׳ן באריכטן דערוועגן.

בילד: קלאנגען ארום מעגליכע רעזיגנאציע פון סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל