אין די לעצטע יארן זענען ערשינען מערערע נייע אויסגאבעס פאר יונג און אלט וועלכע זענען געאייגנט פאר׳ן היימישן ציבור וואס ליינט אידיש און נעמט אריין בלויז היימישע ליין מאטריאל, פאר די אידישע ליינער שטייט היינט א אויסוואל פון ליין מאטריאל וואס מען האט קיינמאל נישט געהאט בעפאר,  דאס שטעלט זיך שטארק ארויס יעצט ערב סוכות ווען אלע אויסגאבעס זענען ארויסגעקומען מיט פילפאכיג פארגרעסטערטע אויסגאבעס, באגלייט מיט ביילאגעס און יום טוב פראיעקטן.

אנגעהויבן ביי די צענטראלע אידישע צייטונגען, די עלטסטע אידישע חרדישע אויסגאבע אין אמעריקע ״דער איד״ און אירע שוועסטער צייטונגען ״די צייטונג״ און ״דער בלאט״ וועלכע זענען ערשינען מיט פראכטפולע יום טוב אויסגאבעס פון הונדערטער בלעטער, מיט ביילאגעס ספעציעל געווידמעט איבער די הרחבת גבולי הקדושה בחצרות סאטמאר.

די פאפולערע וועכטנליכע מאגאזין ״מאמענט״ איז ארויסגעקומען מיט מייסטערפולע אויסגאבע פון נאנט צו 500 זייטן! דאס נעמט אריין די הויפט מאגאזין וועלכע איז פילפאכיג פארגרעסערט מיט יום טוב שמועסן וואס זיי האבן אפגעהאלטן מיט גדולי הרבנים, מחנכים, פילאנטראפן און נאך פארשידענע גאר באלערנדע און אינהאלטסרייכע ארטיקלן, און דאן די ספעציעל ״נפשי״ ביילאגע איבער רפואת הנפש וועלכע באהאנדלט סענסיטיווע פראבלעמען אויף גאר א עלעקטוואנטע און רייכע פארנעם.

די וועכנטליכע בילדער מאגאזינען האבן אויך איבעראשט מיט פראכטפולע יום טוב אויסגאבעס ״די וואך״ און איר שוועסטער ״א בליק״ זענען ביידע ארויסגעקומען מיט דיקע יום טוב פעקלעך, די וואך מיט ארום 300 זייטן פון בילדער און ארטיקלן און ספעציעלע היסטארישע פראיעקטן, און אזוי אויך די בליק מיט ארום 5 רייכע ביילאגעס.

די קינדער אויסגאבע ״קינדליין״ וועלכע האט זינט איר גרינדונג זיך דערווארבן א שטארקע פאפולאריטעט צווישן די יוגנט איז ארויסגעקומען מיט א מאסיווע נומער פאר סוכות, מיט איבער 30 ארטיקלן, און ארום 30 בלעטער פון קאמיקס, און א באזונדערע ביילאגע ״סוכה ליין״ אין וועלכע זיי שטעלן אהער א מייסטערהאפטיגע בילדער פראיעקט מיט מחנכים און מספרים, אינאיינעם פארמאגט עס 186 זייטן פון רייכע אינהאלט.

דאס איז בלויז א טיילווייזע באריכט אויפ׳ן שפיץ גאפל א טייל פון די רייכע אויסוואהל וואס עס איז ברוך ה׳ דא אויף די מארקעט, און דאס צייגט אויף די שטארקע פארשריט וואס היימישע אידישע דשורנאליזם מאכט. דאס איז אויסער א ריזן אויסוואהל פון אידישע מאגאזינען און אויסגאבעס אויף די ענגלישע שפראך.

זעה פאדערשטע זייטן פון געוויסע אויסגאבעס

בילד: ערב סוכות תשע״ח: היימישע דשורנאליזם בליהט ב״ה ווי קיינמאל בעפאר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל