פרעזידענט וולאדימיר פוטין פון רוסלאנד האט זיך נעכטן אין אן עפנטליכן פארום באצויגן צו די מעגליכקייט פון אנגרייפן נארט קארעא׳ס מיליטערישע אינפרוסטרוקטור צו צושטערן איר נוקלעארע פראגראם, ער האט געזאגט אז ער וואלט באטראכט צו שטיצן אזא פלאן אויב עס וואלט געקענט העלפן, אבער אין פאקט זענען א גרויס טייל פון אירע מיליטערישע פראדוקציע באהאלטן אונעטרערדיש, און א גרויס טייל פון זיי זענען באהאלטן און די מערב וועלט ווייסט נישט ווי זיי געפונען זיך, ער האט געזאגט אז א מיליטערישע אטאקע איז נישט בלויז געפארפול נאר אויך סטראטעגיש נאריש און וועט נישט אפהאלטן נארט קארעא פון ווייטער גיין. ער האט צוגעלייגט אז רוסלאנד האט מער רעכט צו זיין באזארגט ווי יעדן וויבאלד זיי געפונען זיך גאר נאנט צו נארט קארעא, אבער ער וועט נישט ערלויבן קיין געפארפולע און נארישע רעאקציעס.

בילד: פוטין: א מיליטערישע אפעראציע קעגן נארט קארעא קען זיין א דורכפאל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל