מעין – אכטונג, ווען איר גייט שאפן אין א סטאר, און איר כאפט א וועגעלע סתם פונעם רייע ארויס, זייט פארזיכטיג, ווייל עס קען זיין אז א לעבעדיג קינד געפינט זיך דערינען.

דאס האט פאסירט צו אן איינקויפער אין א גראסערי סטאר אין מעין, וועלכער האט נישט קוקנדיג געכאפט א שאפינג וועגעלע, וואס ער האט באטראכט אלס ליידיג, אבער אזוי שפאצירנדיג דערמיט האט ער באמערקט אז א קינד ליגט דערינען אין א קאר סיט און שלאפט גוט. ער איז שטארק דערשראקן געווארן, און האט זיך געזארגט אז מען וועט אים אנקלאגן אין קידנעפינג, האט ער שנעל זיך אפגעשאקעלט פונעם וועגעלע, און איז געגאנגען ווייטער אן קיינעם דערציילן. אינצווישן איז די מאמע געווארן היסטעריש, זעענדיג אז דאס וועגעלע מיט איר קינד איז פארשוואונדן געווארן, מען האט אפגעשפארט דאס געשעפט, און מען האט איבערגעקוקט די זיכערהייט קאמעראס, וואס האט געפירט אז מען זאל אויספרעגן דעם פארטראכטן איינקויפער וואס האט דא פאראורזאכט די סומאטאכע.

מען האט אים אבער געלאזט גיין פריי אן אים באלעסטיגן.

בילד: קוקט אינעם וועגעלע בעפאר'ן ארויסשפאצירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל