ניו דזשערסי – צוויי געוועזענע אמעריקאנער פרעזידענטן זענען נעכטן צוריק אריינגעקומען אינעם פאליטישן בילד. ערשטנס האט מען געהערט פונעם געוועזענעם רעפובליקאנער פרעזידענט, דזשארדזש דאבעליו בוש, וועלכער האט געגעבן א רעדע אין ניו יארק סיטי, אראפרייסנדיג ווייסע נאציאנאליזם און עקסטרעמיזם. בוש'ס רעדע איז געווען קלאר געצילט אלס אן אטאקע קעגן פרעזידענט טראמפ, ווען בוש האט נאכאנאנד ערווענט אז עס איז געפארפול ווען אמעריקע הערט אויף צו קוקן אויפ'ן גלאבאלן בילד און רוקט זיך צו אן עקסטרעמען נאציאנאליזם, אבער בוש האט נישט דערמאנט טראמפ ביים נאמען אפילו איין מאל. דער צווייטער געוועזענער פרעזידענט פון וועמען מען האט נעכטן געהערט, איז געווען באראק אבאמא, וועלכער איז געקומען קיין ניו דזשערסי קאמפיינען פאר'ן ארטיגן דעמאקראטישן גאווערנאר קאנדידאט פיל מורפי, און שפעטער איז אבאמא געפארן קיין ווירדזשיניע, וואו ער האט קאמפיינט פאר'ן דעמאקראטישן גאווערנאר קאנדידאט ראלף נארטעם.

בילד: געוועזענע פרעזידענטן קומען צוריק אין פאליטיק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל