אוקראַינע – גרויס אויפברויז האט מען געהערט איבער דעם וואס די אוקראַינישע רעגירונג האט ארויסגעשטעלט א נייע סטאטוע וועלכע באעהרט דעם פיגור סיימאן פּעטליורא, טראץ וואס ער ווערט באשולדיגט אין ארקעסטרירן דעם מארד פון צענדליגער טויזנטער אידן.

ווי שוין נעכטן באריכטעט, איז פּעטליורא א העראאישער פיגור ביי אנטי-קאמוניסטישע נאציאנאליסטן אין פארשידענע אייראפעאישע לענדער, וויבאלד ער האט אנגעפירט א באוואפנטע מיליצע גרופע אין די ערשטע 900'ער יארן. באזונדער איז זיין מיליצע געווען פארמישט אין קעמפן אז אוקראַינע זאל קריגן זעלבסטשטענדיגקייט פון רוסלאנד אין די יארן צווישן 917' און 921', וואס אין לויף פון יענעם בלוטיגן קאמף, האט די מיליצע אויך דורכגעפירט בלוטיגע פאגראמען אויף אידן אין אוקראַינע, פון וועלכע 50 טויזנט אידן זענען אומגעקומען הי"ד. דער נייער מאנומענט איז אוועקגעשטעלט געווארן אין דעם אוקראַינישן שטאט וויניצא, וואו עס האט עקזיסטירט א בליענדיגע אידישע קהילה פאר לאנגע יארן, ביז'ן צווייטן וועלט קריג.

בילד: אידן-מערדער באעהרט מיט אוקראַינישע סטאטוע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל