ניו העמפשיר – די סאמע ערשטע אנקעטע איבער די קומענדיגע 020' פרעזידענט וואלן, איז ערשינען, און אנאליסטן זאגן אז עס צייגט נישט קיין גוטע נייעס פאר פרעזידענט טראמפ. די אנקעטע פון דער "ניו העמפשיר אוניווערסיטעט" צייגט אז צווישן פאטענציעלע דעמאקראטישע קאנדידאטן, האט בערני סענדערס דערווייל די אויבערהאנט, מיט 31 פראצענט דעמאקראטן אין דער סטעיט וואס זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר אים, און דזשאו ביידען קומט אריין נומער צוויי, מיט 24 פראצענט שטיצע. סענאטארשע עליזאבעט ווארען איז נומער 3 מיט 13 פראצענט, און ניו דזשערסי סענאטאר קאורי בוקער קריגט 6 פראצענט. צווישן רעפובליקאנער וויילער, האט מען זיי נישט אויסגעפרעגט איבער א מעגליכן רעפובליקאנער קעגנער קעגן פרעזידענט טראמפ, אבער בלויז 47 פראצענט רעגיסטרירטע רעפובליקאנער אין דער סטעיט האבן געזאגט אז זיי פלאנירן צו שטימען פאר א צווייטן טערמין פאר אים. די זעלבע סארט אנקעטע, גענומען אין דער זעלבער צייט אין אבאמא'ס קאדענץ, האט געצייגט אז 64 פראצענט דעמאקראטן האבן געזאגט אז זיי פלאנירן צו שטימען פאר אים פאר ווידערוויילונג.

(קאנטעקסט: פרוי קלינטאן האט געוואונען ניו העמפשיר קעגן טראמפ, אבער מיט א גאר שמאלע אויבערהאנט פון 47.6 פראצענט קעגן 47.2 פראצענט פאר טראמפ.)

בילד: ערשטע ניו העמפשיר 2020 אנקעטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל