קאריביען אינזלען – נעכטן האט דער היסטארישער האריקעין אירמא, וועלכע ווערט באצייכנט אלס דער סאמע שטארקסטער אטלאנטיק אקעאן האריקעין אין רעקארדירטער היסטאריע, אנגעהויבן איבערצופאלן טרוקעניש. עס האט דורכגעריסן ביי עטליכע עקן פון דער אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא, און דערנאך איז עס אנגעקומען צו די קאריביען אינזלען, וואו ס'איז אנגעפאלן מיט אזא שטארקן מאכט, אז דער אינזל בארבודא איז דערקלערט געווארן אלס "גענצליך פארניכטעט" און מ'וועט דארטן נישט קענען וואוינען פאר לאנגע יארן.

צווישן די אנדערע קאריביען אינזלען וואס אירמא איז נעכטן אנגעפאלן, איז דער סענט מארטין אינזל, וואו ס'האט געברענגט אז דער אקעאן זאל פארשוועמען גרויסע פראצענטן פונעם אינזל, אריינשלעפנדיג צוריק אינעם ים גאנצע סטרוקטורן, שאסייען און פארמעגנס. אין סענט מארטין איז אויך חרוב געווארן דער ארטיגער לופטפעלד און אנדערע רעגירונג געביידעס, און טראץ וואס דאס וואסער איז שנעל אראפגעשוואומען פונעם אינזל און איז נישט לאנג פארבליבן, דערווארט מען אז ס'וועט דויערן לאנגע מאנאטן ביז דאס לעבן וועט זיין דארטן צוריק נארמאל.

האריקעין אירמא האט שוין דערווייל אפגעקאסט זעקס לעבנס, און אצינד קוקט מען נערוועזערהייט קיין פלארידע, וואו עס וועט מעגליך אנפאלן אזוי פרי ווי היינט נאכט, אדער מארגן אינמיטן טאג. אין מיאמי ביעטש, וועלן די אויטאריטעטן היינט אינדערפרי אנהייבן געצוואונגענע עוואקואציעס פון צענדליגער טויזנטער איינוואוינער, און צווישן די ערנסטע זארגן אין פלארידע איבער אירמא, איז דאס וואס צוויי וויכטיגע נוקלעארע איינריכטונגען, אין האמסטעד, פלארידע, זענען סטאנציאנירט פונקט דארטן וואו דער האריקעין וועט אנטרעפן פלארידע.

בילד: מאנסטער האריקעין אירמא זייט אן חורבן אין קאריביענס; פלארידע איז נעקסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל