איבער 3 מיליאן אמעריקאנער בירגער אין פארטא ריקא געפונען זיך אונטער שוידערליכע אומשטענדן און דער אינזל שטייט אויס מעגליך חדשים אדער יארן פון שווערע נאכווייען צוליב דעם מאכטפולען שטורעם מאריא וועלכע האט באטראפן דעם אינזל ביי די ענדע פון פאריגע וואך. די איבערוויגנדע מערהייט פונעם אינזל איז דערווייל אן קיין עלעקטעריציטעט און אן קיין ריינע וואסער און די ארטיגע אויטאריטעטן אלאמירן איבער א שווערע הומאניטארע קריזיס. אזוי אויך איז נישטא קיין געהעריגע טעלעפאנישע פארבינדונג און מען קען נאך אפילו נישט געהעריג אפשאצן די מאסיווע שאדנס וואס די מאכטפולע האריקעין האט אנגעברענגט.

דער פארשטייער פון פארטא ריקא אין קאנגערס דשעניפער גאנזאלאז האט געזאגט אז די קאטעסטראפע האט צוריקגעפירט פארטא ריקא מיט ארום 30-40 יאר און פארטא ריקא האט גענצליך פארלוירן אלע אירע מאדערנע איינריכטונגען ווי עלעטעריציטעט, טעלעפאן, סינק וואסער. און צענדליגע טויזנטער הייזער זענען גענצליך פארניכטעט, און טויזנטער מענטשן האבן נישט קיין פארבינדונג מיט זייערע פריינט און באקאנטע. ווי עס שיינט קען עס נעמען ביז א גאנצע יאר ביז די עלקטעריציטעט וועט ווערן גענצליך צוריקגעשטעלט וויבאלד די אינפרוסטרוקטור איז גענצליך פארניכטעט געווארן.

בילד: פארטא ריקא פארלאזירט פון שווערע האריקעין נאכווייען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל