מיאמי – נעכטן, אין דער זעלבער צייט וואס אלגעמיינע איינוואוינער לענגאויס פלארידע האבן געמאכט זייערע צוגרייטונגען צום אנקום פונעם מאנסטערישן און היסטארישן האריקעין אירמא און קאטאסטראפישע פארפלייצונגען, האט מען געהערט ספעציפישע גריסן פון די פילע אידישע געמיינדעס לענגאויס דער סטעיט, און בעיקר די אידישע איינוואוינער אין מיאמי ביעטש, א געגנט וועלכע קוקט אויס צו ווערן באטראפן גאר שטארק פונעם האריקעין, וואו די אויטאריטעטן וועלן היינט אינדערפרי אנהייבן ארויפצווינגען די עוואקואציעס. הרב משה מעטץ הי"ו, וועלכער דינט אלס רב פון דער "אוואנטורא שוהל", האט געזאגט נעכטן אין אן אינטערוויו אז ער איז פארנומען אויפצוהייבן טעלעפאן רופן נאכאנאנד פון דערשראקענע אידישע איינוואוינער, וועלכע פרעגן אן שאלות איבער עוואקואירן אום שבת קודש אויב עס וועט זיין א פאל פון פיקוח נפש, ווי הרב מאטץ זאגט, דערווארט מען א שווערן שבת, און ס'איז נישט זיכער צי אלע תפילות וועלן אנגיין ווי געהעריג.

בילד: פלארידע אידן גרייט צו האריקעין אירמא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל