אין גאר קאלטע טעג איז צאל הארץ אטאקעס העכער
בארצעלאנע, שפאניע - א 16 יעריגע שטודיע מיט איבער 280,000 הארץ פאציענטן, שלאגט פאר, אז דער וועטער איז א וויכטיגער שליסל ווען עס קומט צו הארץ געזונטהייט.
אין די קאלטע ווינטער טעג קומען אריין אין שפיטאל אסאך מער הארץ אטאקעס ווי אין ווארעמערע טעג. פארשער זענען נישט קלאר צי עס איז צוליב דעם וועטער, אדער וויבאלד מענטשן פירן זיך אנדערש אויף ווינטער (ווייניגער זון שיין, איבונגען און פארברענגען מיט אנדערע).
דער באריכט האבן שפאנישע פארשער צוזאמגעשטעלט, באזירט אויף אינפארמאציע וואס א שוועדישע וואוילטעטיגע הארץ-געזונטהייט גרופע האט געזאמלט צווישן 98 ' און 13 ' למס', איבער הארץ-אטאקעס. די פארשער האבן עס פארגליכן מיט לאקאלע וועטער טעמפראטורן פון הונדערטער וועטער סטאנציעס.
דאס בילד איז ארויסגעקומען אז דער דורכשניטליכער צאל הארץ אטאקעס פער טאג, איז היבש העכער אין קאלטע טעג, אין פארגלייך צו ווארעמע טעג. אלזא, מאכט זיכער זיך ריכטיג אנצומאנטלען אינעם ווינטער הבעל"ט, און זאל עס אייך דערווארעמען דאס הארץ .

הוסף רשומת תגובה