שיקאגא – די פעדעראלע רעגירונג האט באשלאסן נישט צו באשטראפן די "יונייטעד עירליינס" לופטליניע איבער'ן באקאנטן און ברייט-פובליצירטן אינצידענט וואס האט פאסירט ווען א פאציענט איז ווילד אראפגעשלעפט געווארן פון אן איבערגעפילטן פליגער. די פעדעראלע טראנספארטאציע דעפארטמענט זאגט אז זי האט דורכגעפירט אן אויספארשונג אויפ'ן אפריל 9 אינצידענט, וואו לופטפעלד זיכערהייט איינגעשטעלטע האבן ווילד און ברוטאל אראפגעשלעפט דעם 69 יעריגן דעיוויד דאו פון א יונייטעד עירליינס פליגער, וויבאלד די לופטליניע האט געדארפט האבן 4 ליידיגע זיצן פאר שטאב מיטגלידער וועלכע זענען געפארן אויפ'ן פליגער פאר א קומענדיגע רייזע – און פון דער אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די לופטליניע איז נישט באגאנגען קיין שום פארברעכן, און האט אוודאי נישט פארלעצט דעם פאסאזשיר'ס סיוויל רייטס. עס איז אבער אנגעצייגט געווארן אז יונייטעד איז שוין גענוג אויטאמאטיש באשטראפט געווארן אלס רעזולטאט פונעם אינצידענט, צוליב דער אומגעהויערער נעגאטיווער דעקונג וואס דאס האט איר געברענגט.

בילד: יונייטעד וועט נישט באשטראפט ווערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל