מאנהעטן — נעכטן האט מען געהערט אז ניו יארק סיטי לאו ענפארסמענט אגענטורן וועט באקומען נאענט צו 26 מיליאן דאלאר אין פעדעראלע געלטער, צו באצאלן די גרויסע קאסטן וואס ס'האט אריינגעצויגן פאר די ניו יארק סיטי פאליציי און אנדערע אגענטורן צו באשיצן פרעזידענט טראמפ אין די וואכן און מאנאטן צווישן זיין וואל–געווינס און זיין איינשווערונג. ניו יארק קאנגרעס-פרוי ניטא לאווי האט געמאלדן די נייעס נעכטן איבער די געלטער, זאגנדיג אז די קאנגרעסיאנאלע "אפראפריעשאנס" קאמיטע האט איינשטימיג באשטעטיגט די געלטער, און עס וועט ספעציפיש גיין צו דעקן דעם לאך וואס איז געשאפן געווארן אינעם סיטי בודזשעט פון די "אווערטיים" שטונדן וואס זענען ארויסגעצאלט געווארן פאר פאליציי אפיצירן וועלכע האבן באוואכט פארנט פון טראמפ טאוער. מעיאר דעבלאזיא האט אין א סטעיטמענט נעכטן נאכמיטאג געזאגט אז "ענדליך וועלן ניו יארק סיטי שטייערצאלער צוריקבאקומען וואס מען איז זיי שולדיג"

בילד: ניו יארק וועט באקומען טראמפ-שוץ געלטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל