איטאליע — די פאלגענדע געשיכטע איז נעכטן פארשפרייט געווארן אין עטליכע נייעס קאנאלן: פאר 9 מאנאטן צווישן יאר 943' און 944', האבן די נאצישע ארמייען אקופירט רוים אין איטאליע, שוין נאכדעם וואס דער פאשיסטישער פירער בעניטא מוסאליני איז געווען אראפגעווארפן פון בענקל. פאר די טויזנטער אידישע איינוואוינער אין רוים, האט די נאצישע אקופאציע געמיינט א זיכערער טויט, און פילע האבן טאקע ליידער געצאלט מיט'ן לעבן. הומאניטארישע אקטיוויסטן האבן געזוכט אויפצוקומען מיט וועג וויאזוי צו ראטעווען די לעבנס פון די אידן, און איין וועג וויאזוי זיי האבן סוקסעספול געראטעוועט די לעבנס פון א פאר טויזנט אידן, איז געווען דורכ'ן נעמען 3 דאקטוירים און זיי אוועקשטעלן אינעם וואטיקאן, וואו די עטליכע טויזנט אידן האבן זיך אויסבאהאלטן. ווען די נאציס ימ"ש האבן געוואלט אריינגיין אינעם וואטיקאן, אדער האבן פארלאנגט אז מען זאל זיי ארויסגעבן די אידן וואס באהאלטן זיך דארטן, האבן די דאקטוירים געצייגט פאר די נאציס אז די אידן זענען אלע אנגעשטעקט מיט "סינדראם קעי", א קרענק וואס האט זיך געהערט זייער שרעקעדיג, און די דאקטוירים האבן געווארנט אז ס'כאפט זיך גרינג אריבער פון איין מענטש צום צווייטן. אין רעאליטעט איז נישטא אין עקזיסטענץ אזא קרענק ווי "סינדראם קעי", נאר די דאקטוירים האבן די גאנצע זאך אויפגעטראכט, מיט'ן ציל צו ראטעווען די אידן.

בילד: אויפגעטראכט א קרענק, צו ראטעווען לעבנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל