איראק – דער פירער פון די קורדן אין איראק, מאסוד בארזאני, האט דערקלערט נעכטן אז א מערהייט וויילער אינעם אפגעהאלטענעם רעפערענדום האבן געשטימט צו דערקלערן א זעלבסטשטענדיג לאנד "קורדיסטאן". די איראקער רעגירונג האט העפטיג געקעמפט קעגן דעם רעפערענדום און האט געזאגט אז די גאנצע זאך ווערט אפגעהאלטן אויף אן אומלעגאלן פארנעם און די רעזולטאטן דערפון וועלן דעריבער נישט ווערן באטראכט אלס לעגיטים, און דאס זעלביגע האט מען געהערט אפאזיציע אין די לעצטערע וואכן פון טערקיי, איראן, אייראפעאישע לענדער און די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע האבן גערופן די קורדן צו סוספענדירן דעם רעפערענדום. למעשה האבן די קורדן איגנארירט די אלע ווארענונגען און האבן נעכטן געזאגט אז א מערהייט האט געשטימט צו גרינדן א זעלבסטשטענדיג קורדיש לאנד, און דעריבער האט בארזאני גערופן די צענטראלע איראקער רעגירונג, אז זיי זאלן זיך אראפזעצן פאר ערנסטע געשפרעכן וויאזוי מ'וועט אויסארבעטן דאס גרינדן אן אייגן לאנד פאר די קורדן – א רוף וואס די איראקער רעגירונג האט אוועקגעמאכט אלס לעכערליך.

בילד: קורדיסטאן געווינען רעפערענדום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל