שפאניע – פונעם רעפערענדום ביי די קורדן אין איראק, רוקט זיך די וועלט'ס אויפמערקזאמקייט קיין שפאניע, וואו די אויטאריטעטן אינעם קאטאלאניע ראיאן האבן דערקלערט א רעפערענדום אויף קומענדיגע וואך דינסטאג, וועלנדיג זיך אפרייסן פון שפאניע, וואס דאס אנטוויקלט זיך אלס אן ערנסטע פאליטישע קריזיס אין לאנד, וויבאלד די צענטראלע שפאנישע רעגירונג איז אויסגעשפראכן קעגן דעם רעפערענדום און האט אונטערגענומען שריט דאס צו בלאקירן. די רעגירונג אין שפאניע האט נעכטן פארארדענט די נאציאנאלע פאליציי קרעפטן צו פארכאפן קאנטראל פון אלע וואל–ערטער לענגאויס קאטאלאניע, מיט'ן ציל צו בלאקירן סיי וועלכע וואל אקטיוויטעטן פון אנגיין, און אזוי אויך האבן די אויטאריטעטן בלאקירט דאס דרוקן לעגאלע שטים צעטלעך און קאנפיסקירט מאשינען און אנדערע מאטעריאלן וואס פעלן זיך אויס צו קענען אפהאלטן סוקסעספול א וואל פראצעדור. נעכטן האט דער שפאנישער פרעמיער מיניסטער מאריאנא ראזשאוי באזוכט אין וואשינגטאן און זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט אויסגעדרוקט אפאזיציע צום רעפערענדום, זאגנדיג אז אמעריקע גלייבט אז שפאניע דארף פארבלייבן איין פאראייניגטע שפאניע.

בילד: דראמא בעפאר קאטאלאניער רעפערענדום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל