וואשינגטאן – די רעפובליקאנער סענאט פירער האבן נעכטן אפיציעל אנערקענט אז זיי זענען דורכגעפאלן אין זייער פרישן פארזוך צו אנולירן אבאמאקעיר, נאכדעם וואס עס איז געווארן קלאר אז זיי האבן נישט די פארלאנגטע צאל שטימען צו קענען אפהאלטן א סוקסעספולע אפשטימונג אינעם סענאט. "מיר האבן נישט די וואוטס" – האט סענאטאר ביל קעסידי, דער ארכיטעקט פונעם לעצטיגן אבאמאקעיר-אנולירונג פארזוך, געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ דינסטאג נאכמיטאג אין קעפיטאל הילל.

די רעפובליקאנער סענאטארן האבן געזאגט אז זיי געבן נישט אויף, און וועלן ווייטער פרובירן אפצושאפן אבאמאקעיר, טראץ וואס פון יעצט און ווייטער וועלן זיי עס נישט קענען טאן נאר מיט שטיצע פון דעמאקראטן, וויבאלד סענאט רעגולאציעס, וואס גייען שבת אריין אין קראפט, וועט פארלאנגען זעכציג שטימען פאר אזא סארט ביל. א דעמאקראטישער סענאטאר האט נעכטן טאקע געזאגט אז פרעזידענט טראמפ איז גרייט צו ארבעטן מיט די דעמאקראטן אויף צו פאררעכטן דעם העלט קעיר סיסטעם אין לאנד.

אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט פון ווייסע הויז באאמטע, אז דער פרעזידענט וויל דערווייל לייגן אין א זייט די אישו פון העלט-קעיר און זיך קאנצענטרירן אויף שטייער רעפארם, וואס די רעפובליקאנער זאגן אז זיי האבן א בעסערן שאנס עס דורכצופירן. פרעזידענט טראמפ איז דערווארט היינט מיטוואך צו געבן א לענגערע רעדע, וואו ער וועט ארויסשטעלן ספעציפישע פלענער און ציפערן וויאזוי ער וויל רעפארמירן דעם אמעריקאנער שטייער סיסטעם, צום ערשטן מאל אין דרייסיג יאר.

בילד: רעפובליקאנער אקצעפטירן פרישן דורכפאל צו אנולירן אבאמאקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל