די קורדן האבן נעכטן געפייערט די ערשטע שריט אין די לאנגע וועג צו זעלבסשטענדיגקייט נאכדעם וואס זיי האבן אפגעהאלטן א רעפערענדום איבער זעלבסשטענדיגקייט טראץ די שטארקע קעגנגערשאפט און דרוק פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, און אירע שכנים איראן און טערקיי האבן געמאלדן אז זיי באטראכטן ערנסטע עקאנאמישע סאנקציעס אויב זיי געבן נישט אויף זייער אספיראציעס פאר א אייגענע היימלאנד, דער טערקישער פרעזידענט ארדואן האט געזאגט אז די קורדן מוזן אויפגעבן זייער טרוים פאר זעלבסטשענדיגקייט אדער ״וועלן זיי הונגערן״ נאכדעם וואס טערקיי וועט שליסן די גרעניצן און פארשפארן די מעגליכקייטן פאר אויל עקספארט פון די קורדישע ראיאן.

טערקיי איז אויך די הויפט קויפער פון די קורדישע אויל, און די איראקער קורדן האלטן אן גוטע באציאונגען מיט אנקארא, אבער ארדואן האט געזאגט אז ״טערקיי וועט אויסהונגערן די קורדן ביז צו די פינסטערע ענדע אויב זיי געבן נישט אויף די געפארפולע אוואנטורע״ אזוי אויך האט מען געהערט ענליכע רעטאריק פון איראן וועלכע האט געווארנט מיט שארפע ווערטער און געזאגט אז דאס וועט אנצינדן א עטנישע פייער אינעם ראיאן און ברענגען א פרישע רונדע פון בלוט פארגיסונג, אפיציעלע איראנער ווארטזאגער האבן באצייכנט די גאנצע זאך אלס א ״ציוניסטישע קאנספיראציע״ און באשולדיגט אז מדינת ישראל שטייט דארונטער אין א פרואוו צו שאפן א ריס צווישן די מוסלעמענער לענדער. און האט שוין גענומען שריט מיט׳ן שפארן די גרעניץ און געמיינזאמע מיליטערישע טרענירונג מיט די איראקער קרעפטן ביי די גרעניץ.

די אפיציעלע רעזולטאטן זענען נאכנישט פארעפנטליכט געווארן אבער עס ווערט געשאצט אז א איבערוויגנדע מערהייט האבן געשטימט פאר זעלבסטשענדיגקייט, די ציפער שטייט לויט געוויסע שאצונגען ארום ביי 90%, און ארום 72% פון די איבער 5 מיליאן שטים בארעכטיגטע בירגער האבן זיך באטייליגט אין די רעפערענדום.

בילד: שארפע אינטערנאציאנאלע רעאקציעס צו קורדישע רעפערענדום



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל