טראץ די שטארקע געווינס וואס די עקסטרעם רעכטע אנטי-אימיגראנטן פארטיי ״אלטערנאטיוו פאר דייטשלאנד״ האט אפגעהאלטן אין די נעכטיגע וואלן האט די פארטיי היינט פארלוירן צוויי פראמינענטע פיגורן וועלכע האבן זיך אפגעריסן פון די פארטיי אנגעבנדיג אז זי איז געווארן צו עקסטרעם און פיינטליך קעגן נישט-גערמאנישע מינאריטעט וועלכע וואוינען אין דיישטלאנד. פראוקע פערי איז די צווייטע אין ראנג פון די פארטיי, און איז שטארק פאפולער צווישן די וויילער. זי האט פארעפנטליכט איר באשלוס אויף א גאר טעאטראלע פארנעם דורכ׳ן ארויסשטורעמען אין די ברען פון א פרעסע קאנפרענץ אפגעהאלטן דורך די פירערשאפט פון די פארטיי אנגעבנדיג ״איך קען נישט זיין קיין טייל פון אן אנארכיסטישע פארטיי״.

די געווינס פון 12.6% פון די שטימען איז די שטארקסטע וואס א עקסטרעם רעכטע פארטיי האט אנגעצויגן אין דיישטלאנד אין די לעצטע 70 יאר, און איז צושטאנד געקומען אלס רעאקציע צו די גאר לויזע אימיגראציע פאליסיס פון די קאנצלערין אנגעלע מערקעל וועלכע האט געעפנט די טויערן פון דייטשלאנד צו איבער א מיליאן דייטשן. אבער אינערהאלב די פארטיי אליין זענען דא פארשידענע פראקציעס און א גרויסע טייל זענען אומצופרידן מיט די פאשיסטישע מיטגלידער פון די פארטיי, א זאך וואס האט געברענגט דערצו אז דווקא די געווינס זאל ברענגען א צושפליטערונג אין די פארטיי, עס איז ערווארטעט אז נאך מיטלידער זאלן גיין אין די פוסטריט פון פעטרא און זיצן אינעם פארליאמענט אלס זעלבסשטענדיג און זיך מעגליך אנשליסן אין די קאאליציע פון מערקעל וועלכע האט שוין געזאגט אז זי זוכט צו צוריקגעווינען די מעסיגע רעכטע וואס האבן געוויילט פאר די אלטערנאטיווע פארטיי.

בילד: עקסטרעם רעכטע פארטיי אין דייטשלאנד צושפליטערט נאך שטארקע געווינס



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל