צוויי זיכערהייט וועכטער און א זעלנער אין די ״משמר הגבול״ בריגאדע זענען אומגעקומען היינט אינדערפרי אין א טעראר אטאקע פארנט פונעם זידלונג ״הר אדר״ וועלכע געפונט זיך אין די אקופירטע געביטן אינעם מערב ברעג, די אומגעקומענע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס; דער זעלנער סולומון גברי-ה 20 יאר אלט, די צוויי זיכערהייט וועכטער אור אריש 25 יאר אלט, אן איינוואוינער פון הר אדר, און דער דריטער איז אן אראבישע זיכערהייט וועכטער יוסעף אוטמאן, א 25 יעריגער פונעם דארף אבו-גוש נעבן ירושלים.

דער טעראריסט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס נימאר אחמד דשאמאל, א 37 יעריגער איינוואוינער פון א דערנעבנדיגע פאלעסטינער דארף וועלכער האט געארבייט אין די זידלונגען. ער איז אנגעקומען ביים פאדערשטען טויער פונעם זידלונג און געעפנט פייער אויף די וואך פונקט דורך וועלכע די זיכערהייט קרעפטן טוען אונטערזוכן די אראבישע ארבייטער וועלכע קומען טעגליך ארבייטן אינעם זידלונג, פון וועלכע די דריי זענען אומגעקומען און נאך איין וועכטער איז פארוואונדעט געווארן. דער טעראריסט איז אומגעברענגט געווארן אויפ׳ן פלאץ דורך אנדערע זעלנער.

מדינת ישראל קרעפטן האבן ארומגענומען דעם דארף פונעם טעראריסט און גרייטן זיך צו איינווארפן די הויז פון זיין פאמיליע, און אזוי אויך זענען נאך דריי פאלעסטינער ארעסטירט געווארן אויף פארדאכטן פון זיין פארבינדן צו די טעראר אטאקע.

בילד: דריי אומגעקומען אין טעראר אטאקע אין מערב ברעג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל