עס איז אמאל געווען א מענטש, א איד גראדע, זיין נאמען איז געווען סעמועל זעמארי. ער איז געווען אין די ביזנעס פון אימפארטירן באנאנעס פון דרום אמעריקע צו די פאראייניגטע שטאטן. איינע פון די חכמות וואס ער האט געטון איז געווען, אז ער האט געשטעלט זיינע מענטשן זאלן שטיין ביי עליס-איילענד, וואו די שיפן פון נייע אימיגראנטן זענען אנגעקומען פון אייראפע און פון אנדערע לענדער, און יעדער האט באקומען א באנאנע ביים אראפקומען פונעם שיף.

דאס איז געווען די קבלת פנים וואס זיי האבן באקומען אין די גאלדענע מדינה – רייפע באנאנעס! עס איז אריין אין די קאפ פון די אלע אימיגראנטן אז דאס איז די טעם פון אמעריקע, דאס איז די חירות וואס אמעריקע פארקויפן. אזוי ארום די אלע מענטשן וואס האבן אימיגרירט קיין אמעריקע, ס'איז דאך א נייע לאנד, זיי האבן נישט קיין זאכן צו וואס זיי זענען צוגעוואוינט, וואס זיי קויפן און וואס נישט, האבן גלייך באקומען אן אויפנאמע פון באנאנע, אז דאס איז אמעריקע און זיי זענען שוין פארבליבן צו קויפן באנאנעס.

איז טראצדעם וואס באמת באנאנעס וואקסן בכלל נישט אין אמעריקע. מען אימפארטירט עס, אבער ער האט געשאפן דעם בליק ביי די נייע אימיגראנטן אז באנאנעס איז אן עכטע אמעריקאנער עסן און דאס דארף מען קויפן. דאס האט גאר שטארק געהויבן די סעילס.

דער מעטאד ווערט גערופן אן imprint. דאס הייסט פונקט ווי מען קריצט אריין אין א פענע די נאמען פון א פירמע וכד', זעצט מען אריין אין די מח פונעם מענטש אז ווען ער טראכט וואס איז אן אמעריקאנער עסן, וואס איז די עסן וואס איך האב ערשט געגעסן אין די לאנד, וואס איז די עסן וואס אין מיין קאפ האט די מערסטע שייכות מיט אמעריקע, איז געווארן א באנאנע.

בילד: אימפרינט אינעם מוח

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל