טשארלאטסוויל, ווירדזשיניע - פרישע שטודיעס דורך יוניווערסיטי אוו ווירדזשיניע מעדיצינישע שולע, ווייזן אז אנטיביאטיק רעדוצירט די צאל וויפיל סארטן געזונטע 'מיקראבן' געפונען זיך אינעם קערפער'ס אימיון סיסטעם, שטערנדיג די מעגליכקייט פונעם קערפער צו באקעמפן אינפעקציעס. די אנטדעקונג לייגט צו נאך א שטארקע סיבה צו די הילכיגע רוף פון די רעגירונג און עקספערטן אז דאקטוירים זאלן פארמיידן סיי וועלכע אומנויטיגע אנטיביאטיק באנוץ.

לויט די פארשער, טוט אנטיביאקטיק אפשוואכן אימיון סיסטעם צעלן גערופן "ניוטראפילס", און מאכט זיי ווייניגער אפעקטיוו צו באקעמפן מחלות. דאס מיינט אז דער נאטורליכער גרעניץ וואס דער באשעפער האט אריינגעשטעלט אין קערפער צו האלטן אינדרויסן שעדליכע אינוואדירער, ווי קראנקע באקטעריע, וויירוסעס און פאראזיטן, ווערט אפגעשוואכט, און די טיר בלייבט ח"ו אפן פאר אלע אומגעוואונטשענע געסט.

"'ניוטראפילס' שפילן א וויכטיגע ראלע שטייענדיג אין די ערשטע ליניע אויפ'ן פראנט פונעם 'אימיון רעאקציע', ווען דרויסנדיגע שעדליכע באצילן אד"ג ווילן אינפילטרירן דעם קערפער," זאגט דער יאפאנעזער דר. קאודזשי וואטאנאבי, פון די גרופע פארשער. "מיר האבן באמערקט אז אנטיביאטיק שטערט די נאטורליכע מיקראבן אין מאגן פון אויספירן ריכטיג זייערע פליכטן, לאזנדיג דעם מאגן אומבאשיצט קעגן ערנסטע אינפעקציעס."

אנטיביאטיק און די "מייקרא-בייאום"

די פארשער האבן געזוכט צו פארשטיין די ראלע פון "מייקראו-בייאום" (Microbiome - מיקראסקאפישע ארגאניזמס, ד.מ. פיצינקע באשעפענישן, וועלכע לעבן אין קערפער, און פירן אויס די וויכטיגע פונקציעס פונעם  אימיון סיסטעם), אין "אמעביק קאלייטוס", א גאר געפארפולע, און פאטענציעל פאטאלע, פאראזיטישע אינפעקציע וואס מען טרעפט אין צוריקגעשטאנענע לענדער.

זיי האבן אונטערגעזוכט קינדער אין די ארעמע געדעכט באוואוינטע געגנטער ארום דאקא, בענגאלאדעש, און געזען אז קינדער מיט ערנסטערע אינפעקציעס האבן געהאט ווייניגער סארטן פון די פיצינקע ארגאנען. דאקעגן, באמערקן פארשער, אנטיביאטיק באנוץ איז זייער פארשפרייט אין ארעמערע לענדער - גאר אסאך קינדער האלטן ביי די צוויי יאר שוין נאך צוויי דאזן סעריעס אנטיביאטיק באהאנדלונגען.

אן עקספערימענט אויף מייז האט געוויזן אז אנטיביאטיק צושטערט די מיקראבן אין מאגן און שוואכט אפ די אקטיוויטעטן פונעם 'ניוטראפילס', און זיי ווערן אומפעאיג צו באקעמפן אינפעקציעס. אויסערדעם, אן אנדערע נאטורליכע גרעניץ אין די קושקעס וואס העלפט באשיצן קעגן מחלות, איז ביי די מייז געווארן שטארק אפגעשוואכט, הייבנדיג ווידעראמאל די ריזיקע פון אינפעקציעס.

"איך טראכט אז די לעקציע אהיימצונעמען איז, אז מיר האבן נאך א וויכטיגע סיבה פארוואס נישט צו נוצן אנטיביאטיק אויסער ווען דער געברויך איז קריסטאל קלאר," זאגט דר. ביל פעטרי, הויפט פון ווירדזשיניע יוניווערסיטעט'ס אפטיילונג פון אינפעקציע מחלות. "אומנויטיגע אנטיביאטיק באנוץ, טוט נישט נאר הייבן די ריזיקע פון באקטעריע וואס קען זיך קעגנשטעלן פילע מעדיצינען, אבער שטערט אויך די ווייסע בלוט צעלן פון אויספירן זייער פליכט."

בילד: "אנטיביאטיק" שטערט אימיון-סיסטעמ'ס נאטורליכע שוץ-מיטלען קעגן אינפעקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל