היינט מאנטאג האט זיך פרעזידעט טראמפ ענדליך גשטעלט פארנט פון די קאמערעס און געזאגט די ווערטער וואס אמעריקע האט געווארט צו הערן די לעצטע טעג ״ראסיזם איז אן איבל און יעדער וואס זייט אן געוואלדטאטן אין איר נאמען איז זענען קרימינאל און פארברעכער, אריינגערעכנט די קו קלוקס קלען, נעא-נאציס, ווייסע סופרעמאסיסטן, זיי זענען דאס פארקערטע פון אלעס וואס מיר האלטן טייער אלס אמעריקאנער״ דאס איז געווען דאס ערשטע מאל זינט די געשעענישן וואס דער פרעזידענט האט גענומען א קלארע שטעלונג קעגן די שטייגנדע באוועגונג פון נאציזם וואס פלאגט דעם רעכטן לאגער אין אמעריקע.

קריטיקירער פונעם פרעזידעט האבן אנגעוויזן אז אין די צייט וואס פילע פאליטיקאנטן האבן געהאט די קוראדש צו קלאר און דייטליך פארדאמען די נאציסטישע כוליגאנעס וועלכע האבן זיך פארזאמלט אין ווירדשיניע האט אמעריקע צוגעקוקט מיט ווייטאג ווי דער פרעזידענט, וועלכער ווייסט וויאזוי צו נוצן א שארפע שפראך ווען איינער בארירט אים פערזענליך, האט קוים באוויליגט צו פארדאמען די נאצישע פארזאמלונג, און האט אנשטאט ארויסגעגעבן א שוואכע פארדאמונג אין וועלכע ער האט פארדאמט געוואלדטאטן ״אויף ביידע זייטן״. ווארשיינליך אין א פרואוו נישט צו אויפרעגן זיינע הונדערטער טויזנטער שטיצער וועלכע האבן ראסיסטישע שטעלונגען, און נאר נאכ׳ן קומען אונטער דרוק האט ער באוויליגט צו ארויסקומען מיט א קלארקייט פארדאמען די העסליכע גרופעס.

אלס פראטעסט קעגן דעם פרעזידענטס שוואכע רעאקציע האט קען פרעזיער דער הויפט פון די ריזיגע אפטייקער פירמע ״מערק״ זיך אפגעזאגט פונעם פרעזידענט׳ס ראט קאנסיל, א קאנסיל צוזאמענגעשטעלט פון פראמינענטע ביזנעסלייט איבער אמעריקע, פרעזיער איז דער איינציגער אפריקאנער-אמעריקאנער אויף די קאנסיל, און דער פרעזידענט האט אים אראפגעריסן נאכ׳ן זיך אפזאגן און אים באשולדיגט אין ארויפשרויפן פרייזן פאר מעדיצינען, א זאך וואס האט געברענגט פרישע אויפברויז קעגן דעם פרעזידענט, אויך פון אינערהאלב די פארטיי, און האט צוגעגעבן צו די דרוק וואס האט עווענטועל געפירט דערצו אז דער פרעזידענט האט געגעבן א שטערקערע פארדאמונג.

בילד: שטורעם ארום פרעזידענט טראמפ׳ס אומצייטליכע רעאקציע צו שארלאטעסוויל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל