פון זאכליך

נאך 6 וואכן וואקאציע שיקט ספעיס-עקס ארויף מארגן מיטאג א סופליי מיסיע צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.

צווישן די ליסטע פון די זאכן וואס ס'טראגט ארויף איז א נייע סופער קומפיוטער וואס קען מאכן א טריליאן קאלקולעישאנס אין איין סעקונדע; אפאר הונדערט מאל שנעלער ווי די עוורידזש קאמפיוטער.

אויך גייט עס ארויפטראגן א נייע גאר סאפיטיקירטע קאזמיק כוואליע אבזערווירער. קאזמיק כוואליעס זענען סוב-אטאמיק ברעקלעך וואס פליען כמעט אזוי שנעל ווי די ספיד אף לייט, זיי קומען צופליען פון אזוי ווייט ווי די אנדערע עק ספעיס, און זענען זייער ראדיאקטיוו.

סייענטיסטן ווילן פארשטיין פון ווי ס'קומט אין וויאזוי ס'ווערט באשאפן, זיי גלייבן אז ווען א שטערן שיסט אויף, ווי זיי רופן דאס "סופערנאווע" פליט ברעקלעך פון די שטערן אויף אלע זייטן און דאס ברענגט די קאזמיק כוואליעס.

בילד: ספעיס עקס שיקט מארגן ארויף די דרעגאן שיף מיט 3 טאן סחורה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל