ווירדזשיניע – פון איבער'ן לאנד, סיי פון דעמאקראטישע פירער און סיי פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער באאמטע, האט מען געהערט גאר שארפע קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ איבער דעם וואס זיין סטעיטמענט נאך די אומרוען און קאר אטאקע אין ווירדזשיניע האט נישט קלאר פארדאמט די ווייסע נאציאנאליסטן און ראסיסטן וועלכע זענען געשטאנען אונטער די אומרוען.

טראמפ'ס פארדאמונג סטעיטמענט באלד נאך דער קאר אטאקע, פון וועלכן איינער איז אומגעקומען, האט זיך געלייענט, צווישן אנדערן, אז עס איז דא שנאה "אויף פילע זייטן", אן דעם וואס ס'זאל קלאר ארויסגעזאגט ווערן אז שולדיג אויף די גאנצע זאך זענען די פיינטליכע ווייסע "סופּרעמעסיסטן". טראמפ האט זיך אויך צוריקגעהאלטן פון באצייכענען די קאר אטאקע אלס טעראר.

צווישן די רעפובליקאנער קריטיקירער קעגן טראמפ'ס ווייכער פארדאמונג, זענען געווען סענאטאר מארקא רוביא, סענאטאר טעד קרוז און סענאטאר קאורי גארדנער, דער פירער פון די "נאציאנאלע רעפובליקאנער סענאטאריעל קאמיטע", וועלכע האבן אלע געדרוקט פרעזידענט טראמפ צו דער וואנט ארויסצוזאגן אז די ווייסע נאציאנאליסטן זענען שולדיג פאר דער אטאקע, און אז ס'איז געווען א דאמעסטישע טעראר אטאקע.

זונטאג אינדערפרי, זעענדיג דעם שטורעם, האט דאס ווייסע הויז פובליצירט אן איבערגעמאכטע און אויסגעברייטערטע סטעיטמענט, זאגנדיג אז דעם פרעזידענט'ס פארדאמונג האט געוויס אריינגענומען די ווייסע סופרעמעסיסטן, די קו קלוקס קלען, נעא-נאציס און אנדערע פיינטליכע גרופעס. דאס ווייסע הויז האט אויך געזאגט אז טראמפ באקומט נאכאנאנדיגע אפדעיטס איבער די אנגייענדיגע אויספארשונגען.

בילד: שטורעם ארום טראמפ'ס רעאקציע צו ווירדזשיניע אומרוען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל