טעהראן – דער פארלאמענט אין איראן האט נעכטן געגעבן איר ערשטע אפשטימונג אויף א ביל וועלכע וועט אוועקשטעלן פרישע מיליאנען דאלארן פאר מיליטערישע שפענדונג, מיט'ן ציל אויסצוברייטערן איראנ'ס מיסיל זאפאס און אויך אויסברייטערן די פלאטע פון מיליטערישע געצייג פאר דער געפארפולער "איראנער רעוואלוציאנערע גארד" ארמיי. דער ביל איז אויפגעברענגט געווארן אלס א דירעקטע רעאקציע פון די נייע סאנקציעס וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן מיט איבער א וואך צוריק קעגן איראן (אינאיינעם מיט'ן סאנקציעס ביל קעגן רוסלאנד און צפון קארעא), וואס יענע נייע אמעריקאנער סאנקציעס האבן דוקא געצילט די צוויי זאכן, איראנ'ס מיסיל אנטוויקלונג און איראנ'ס רעוואלוציאנערע גארד. די פארלאמענט מיטגלידער האבן ביי דער אפשטימונג גוט געוואוסט די סימבאלישקייט פון זייער אפשטימונג, און האבן אפגעגעבן זייערע שטימען אינמיטן הילכיגע געשרייען פון "טויט צו אמעריקע" אינעם פארלאמענט זאל.

בילד: איראן וויל גרעסערן מיסיל זאפאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל