סאמאליע – א געוועזענער הויכראנגיקער פירער פון די על-קאידא-פארבינדעטע על שאבאב טעראר גרופע אין סאמאליע, האט זיך נעכטן אונטערגעגעבן פאר די סאמאליער אויטאריטעטן. מוקטאר ראבאו אלי (Mukhtar Robow) איז געווען א דעפיוטי פירער פון על שאבאב, און די אמעריקאנער רעגירונג האט געהאט א פינף מיליאן דאלארדיגן באלוין פאר זיין קאפ, אבער ער האט פארלאזט די טעראר גרופע אין יאר 13', נאכדעם וואס ער האט זיך צעשלאגן מיט'ן פירער אכמעד אבאדי גאדאני, וועלכער איז אומגעקומען אין אן אמעריקאנער דראון אטאקע א יאר שפעטער. פאראיאר יוני האט די אמעריקאנער רעגירונג אראפגענומען דעם הויכן באלוין פאר מוקטאר'ס ארעסט, אבער ער איז פארט געבליבן א שטארק-געזוכטער טעראר פיגור. אצינד האט ער זיך אליינס וואלונטירט און אונטערגעגעבן צו פאליציי אין דער שטאט האדור, וואו דער סאמאליער פארטיידיגונגס מיניסטער אבדוראשיד מוכאמעד האט זיך געטראפן מיט אים, און מ'קען דערווארטן אז די סאמאליער רעגירונג וועט באקומען גאר ווערדפולע אינפארמאציע פון מוקטאר איבער על שאבאב'ס אינערליכע סטרוקטור און ווייטערדיגע פלענער.

בילד: מוקטאר ראבאו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל