סיריע – עטליכע לענדער, אריינגערעכנט די אמעריקאנער רעגירונג, האבן שארף פארדאמט דאס וואס זיבן מעדיצינישע וואלונטירן אין סיריע זענען אומגעברענגט געווארן אין א ברוטאלער אטאקע. די וואלונטירן האבן באלאנגט צו א גרופע וועלכע רופן זיך די "ווייסע העלמעטס" און אין לויף פון דער אנגייענדיגער בירגער קריג אין סיריע, זענען שוין צענדליגער אומגעקומען, וויבאלד זיי זענען געוואגט און געגאנגען דייקא אין געגנטער וואו עס האלט אינמיטן באמבארדירט ווערן. אבער די יעצטיגע אטאקע איז געווען אנדערש, ווייל די זיבן זענען דערמארדעט געווארן אינמיטן שלאף. די אטאקע האט פאסירט אינעם אידליב פראווינץ, וואס ווערט יעצט קאנטראלירט דורך די אנטי-אסאד רעבעלן, און די אמעריקאנער רעגירונג האט פארלאנגט א גרונטליכע אויספארשונג איבער ווער ס'איז געשטאנען אונטער דעם.

בילד: ברוטאלע אטאקע אויף סירישע וואלונטירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל