ניו דזשערסי – די אידישע ארגאניזאציע וועלכע שטייט אונטער'ן עירוב אין מאווא, ניו דזשערסי, וואס איז אין צענטער פון אן אנגייענדיגער קאנטראווערסיע, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט קעגן די מאווא טאון באאמטע. די טאון האט עטליכע וואכן צוריק פארארדענט אז דער "בערגען ראקלענד עירוב אסאסיעשאן" מוז אראפנעמען די קליינע פלאסטישע שטאנגען פון די פובליק גאס זוילן, טראץ וואס די עירוב עסקנים האבן באקומען ערלויבעניש פון די יוטיליטי פירמעס דאס ארויפצושטעלן, וויבאלד די שטאנגען ווערן באטראכט ווי שילדן, וואס זענען נישט לעגאל ארויפצושטעלן אויף די זוילן. דערווייל האבן די טאון באאמטע געזאגט אז זיי וועלן נישט אינפארסירן דעם אנטי-עירוב פארבאט, נאכ'ן זען ווי ס'האט אנגעדרייט א שטורעם, אבער די אויבנדערמאנטע עירוב ארגאניזאציע האט געזאגט אז טראץ וואס יעצט ווערט עס נישט אינפארסירט, פלאנירט די טאון עווענטועל צו זען אז דער עירוב זאל אראפקומען, און דאס איז א פארלעצונג פון די רעליגיע און ציווילע רעכטן פון די אידישע איינוואוינער, ווייל באמת שטערט קיינעם נישט דעם עירוב.

בילד: פעדעראלע קלאגע איבער מאווא עירוב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל