אוקראַינע – פארשער אין אוקראַינע זאגן אז זיי האבן געפונען באווייזן אז די נאצישע זעלנער ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן אראפגעווארפן צענדליגער גערויבטע אידישע מציבות אינעם "באבי יאר" וואלד, וואס דאס איז דער זעלבער ארט וואו די נאציס ימ"ש זענען באגאנגען איינס פון די גרעסטע מאסן-רציחות פונעם האלאקאוסט, וואו זיי האבן דערמארדעט פופציג טויזנט אידן אין שיסערייען אין א קורצן צייט אפשניט פון בלויז עטליכע טעג. די פארשער האבן אנטדעקט מציבות ביי האקעלע גראבונגען ארום דעם באבי יאר וואלד, וואו עס געפינען זיך עטליכע גאר ריזיגע מאסן קברים פון די צענדליגער טויזנטער אידישע קרבנות הי"ד, און די פארשער שאצן אז די נאציס האבן גערויבט די מציבות פון א לאקאלן אוקראַינישן אידישן בית החיים און האבן עס דערנאך אריינגעווארפן אין די גרויסע גריבער אינאיינעם מיט די אומגעברענגטע אידן אין באבי יאר – טראץ וואס די פארשער האבן דערווייל נישט קיין גענויע ערקלערונג פארוואס די נאציס האבן דאס געטאן.

בילד: באבי יאר


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל