וואשינגטאן – אלע צייכענעס צייגן אז דער קומענדיגער צו פארלירן זיין פאזיציע אין דער טראמפ אדמיניסטראציע, איז דעם פרעזידענט'ס הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן. איין באריכט נעכטן האט געצייגט אז צוויי הויכראנגיקע אדמיניסטראציע איינגעשטעלטע זאגן אז בענאן איז אויפן וועג ארויס, נאכדעם וואס דער נייער ווייסער הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, האט אנגעהויבן ווערן אלס מער און מער פרוסטורירט מיט אים, און דער אויפברויז איז נאר געווארן שטארקער אין די לעצטע 24 שעה, נאכדעם וואס געוויסע ווייסע הויז באאמטע באשולדיגן בענאן אז ער האט געלייגט דרוק אויף טראמפ נישט צו פארדאמען צו שארף די ווייסע נאציאנאליסטן אין ווירדזשיניע. טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער עיטש אר מעקמעסטער איז נעכטן געפרעגט געווארן 3 מאל ביי אן אינטערוויו צי ער קען ווייטער ארבעטן אין ווייסן הויז מיט סטיוו בענאן, און מעקמעסטער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן קלאר, זאגנדיג בלויז אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט יעדן וואס וויל ארויסהעלפן דעם פרעזידענט'ס פאזיטיווע אגענדע.

בילד: גייט סטיוו בענאן פליען פון ווייסן הויז?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל