ניו יארק – דער ניו יארקער מיליאנער ענטאני סקאראמוטשי, וועלכער האט געדינט אלס פרעזידענט טראמפ'ס ווייסער הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר פאר 11 טעג, איז פריש ארויפגעקומען אויף דער מאפע נעכטן, און האט געגעבן עטליכע אינטערוויוען, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז פון דער קורצער צייט וואס ער איז געווען אין ווייסן הויז, האט ער געזען אז ס'איז דא אן ענגע גרופע פאליטיקאנטן און ווייסע הויז איינגעשטעלטע וועמענ'ס ציל איז אונטערצוגראבן טראמפ'ס פרעזידענטשאפט און זיכער מאכן אז טראמפ ווערט ארויסגעווארפן פון ווייסן הויז. סקאראמוטשי האט אויך אדרעסירט זיינע ווילדע און מיאוס'ע קאמענטארן אין ריכטונג פון סטיוו בענאן און דעמאלטדיגן שטאב הויפט רעינס פריבוס, זאגנדיג אז ווען די קאמענטארן זענען פובליצירט געווארן, האט ער דאס ערשטע טעלעפאנירט וויצע פרעזידענט מייק פענס זיך צו אנטשולדיגן איבער דעם. סקאראמוטשי זאגט אז ער האלט אז מייק פענס איז דער קומענדיגער פרעזידענט פון אמעריקע.

בילד: ענטאני סקאראמוטשי גיט אינטערוויוען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל