ווירדזשיניע – נעכטן זענען ווייטער געגאנגען די אויספארשונגען און אויפדעקונגען ארום דער קאר אטאקע וואס האט פאסירט שבת אין שארלאטסוויל, ווירדזשיניע, וואו א ווייסער נאציאנאליסט האט אראפגעקלאפט עטליכע קאנטער-פראטעסטירער וועלכע האבן זיך פארזאמלט צו פארדאמען א ראלי פון ווייסע נאציאנאליסטן, און די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן געזאגט אז זיי זענען פארמישט אין די אויספארשונגען. פון א פראפעסאר וואס האט געלערנט מיט'ן פארשוין דזשעימס אלעקס פיעלדס, וועלכער האט דורכגעפירט די קאר אטאקע, האט מען נעכטן געהערט אז פיעלדס איז שוין א לאנגיעריגער נאצי סימפאטיזירער. דער פראפעסאר דעריק וויימער האט געלערנט היסטאריע מיט פיעלדס יארן צוריק, און ווי ער זאגט האט פיעלדס דעמאלט אפגעשריבן עטליכע ארטיקלען איבער דעם נאצישן מיליטער ביי דער צווייטער וועלט קריג, וואס ער האט גרונטליך שטודירט. וויימער זאגט אז ס'איז קלאר געווען אז פיעלדס סימפאטיזירט מיט די נאציס און מיט זייערע ברוטאליטעטן וואס זיי זענען באגאנגען ביי דער צווייטער וועלט קריג.

בילד: אויספארשונגען איבער ווירדזשיניער קאר אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל