בילד: פרישע באוועגונג אפצורייסן דרום שטאטן

אלאבאמא – די "אסאשיעטעד פרעס" האט פארעפנטליכט א לענגערן באריכט וואס צייגט אז עס האט זיך באנייעט די באוועגונג פון אזעלכע אקטיוויסטן וועלכע ווילן אז די דרום שטאטן זאלן זיך אפרייסן פון די פאראייניגטע שטאטן. לויט'ן באריכט, איז די באנייעטע באוועגונג א רעזולטאט פון דעם וואס פילע שטעט אין דרום פרובירן פטור צו ווערן פון מאנומענטן און סימבאלן וועלכע דערציילן די היסטאריע פונעם אמעריקאנער בירגער קריג, און די אקטיוויסטן שפירן אז די איינציגסטע וועג צו פרעזערווירן די געשיכטעס פונעם בירגער קריג, און די היסטאריע פון די "קאנפעדערעיט שטאטן" וועלכע האבן זיך דאן געהאט אפגעריסן, איז נאכאמאל זיך אפצורייסן. דער באריכט צייגט אויך אן אויף א וואקסנדע צאל אמעריקאנער פראפעסארן וואס זאגן אז ס'איז צייט זיך אויפצוהערן דערשרעקן יעדעס מאל וואס מ'הערט אז די דרום שטאטן רעדן פון זיך אפרייסן, נאר אנשטאט דארף מען עס פאראויסשטופן, "ווייל ווער דארף דען די דרום שטאטן" – זאגט טשאק טאמפסאן, א היסטאריע פראפעסאר אויף דער טעמע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל