א גרופע פון ארום הונדערט געזעץ פראפעסארן האבן זיך צוזאמגענומען און געשריבן א בריוו צו פרעזידענט טראמפ, אין וועלכע זיי בעטן אז ער זאל אנהאלטן דעם פראגראם דורך וועלכע יונגע אימיגראנטן קענען פארבלייבן אין אמעריקע, טראץ וואס זיי זענען אריינגעברענגט געווארן דורך זייערע עלטערן אומלעגאל. דער פראגראם איז איינגעשטעלט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא, אונטער'ן נאמען "דאקא", און די פראפעסארן שרייבן אינעם בריוו צו טראמפ די לעגאלע סיבות פארוואס דער פרעזידענט קען אנהאלטן דעם פראגראם, און נאך אלץ נישט פארלעצן די אנגייענדיגע פעדעראלע געזעצן וואס פארלאנגט צו דעפארטירן יעדן אימיגראנט וואס איז אריינגעקומען אין אמעריקע אומלעגאל. די פראפעסארן ברענגען ארויס פארשידענע ביישפילן פון אזעלכע יונגע אימיגראנטן, וועלכע זענען ערלויבט געווארן צו פארבלייבן אין אמעריקע, און האבן דערנאך גראדואירט פון קאלעדזש און געעפנט ביזנעסער, שאפנדיג הונדערטער פרישע דזשאבס פאר אמעריקאנער בירגער.

בילד: פראפעסארן ווילן טראמפ זאל אנהאלטן דאקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל