מאנהעטן – אומבאשטעטיגטע באריכטן צייגן אז ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא קלערט ערנסט פון לויפן פאר פרעזידענט. לויט די באריכטן, האט דעבלאזיא אנגעהויבן ארומשיקן שלוחים צו הויכראנגיקע דעמאקראטישע פארטיי באאמטע, צו שפירן וואס זייער מיינונג איז איבער אים און צי זיי וועלן אים שטיצן אויב לויפט ער פאר פרעזידענט אין 2020 קעגן פרעזידענט טראמפ. די באריכטן צייגן אז דעבלאזיא וועט זאגן אז בערני סענדערס און סענאטאר עליזאבעט ווארען זענען ביידע שוין צו אלט און נישט טויגליך צו באקומען אזא וויכטיגן דזשאב ווי די פרעזידענטשאפט. די נייעס איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס מען האט געהערט אז איינער פון דעבלאזיא'ס הויפט קעגנער, סאל אלבאניז, האט באוויזן אויפצוטרייבן די סומע פון 174 טויזנט דאלאר פאר זיין קאמפיין קאסע, וואס דערמיט איז ער לעגאל ערלויבט אנטיילצונעמען ביי דער ערשטער דעבאטע פונעם מעיאר קאמפיין, וועלכע וועט פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך.

בילד: וועט דעבלאזיא לויפן פאר פרעזידענט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל