מישיגען – אין דעטרויט, מישיגען האבן די רעגירונג אויטאריטעטן אנגעהויבן א נייעם קאמפיין, מיט'ן ציל אריינצוברענגען נייע ביזנעסער אוועקצושטעלן פאבריקן אין אירע גרעניצן. דעטרויט איז לאנגע יארן געווען איינס פון די גרעסטע אמעריקאנער שטעט מיט פארנומענע פאבריקן, אבער אין לויף פון די 90'ער יארן, ווען מאנופעקטשורער האבן אנגעהויבן גיין קיין כינע און אנדערע לענדער, זענען פילע פון די פאבריקן פארלאזט און איינגעווארפן געווארן. יעצט האט דעטרויט ארום צוואנציג סקווער מייל פון שטאטישע שטחים וועלכע שטייען ליידיג אדער מיט פארלאזטע געביידעס, און זי האט געמאלדן אז אין די קומענדיגע טעג וועלן ארויסגעשטעלט ווערן שטייער בענעפיטן און גרענטס פאר פירמעס וואס קומען קיין דעטרויט צו בויען נייע פאבריקן. עס בלייבט איבער צו זען וויפיל אמעריקאנער ביזנעסער וועלן זיך ארויפכאפן אויף דער נייער געלעגנהייט.

בילד: נייע ביזנעס געלעגנהייטן אין דעטרויט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל