קאליפארניע – יעדער איינער האט זיך זיין וועג וויאזוי ער קען זיך ברענגען צו זיין מער פראדוקטיוו ביי דער ארבעט. ביי איינעם איז דאס זיך אויפשטעלן און נעמען נאך א קאווע, ביי א צווייטן איז דאס א דרימל פון פופצן מינוט, און ביי א דריטן איז דאס מאכן ליסטעס און צייכענען יעדע זאך ווען מ'האט עס שוין געענדיגט. אלעס איז זייער פיין און וואויל, אבער אן אינטערעסאנטע שטודיע פון "ראטגערס אוניווערסיטעט" צייגט אז ארבעטער וועלכע האבן "מאלטיפּלעקס רילעישאנשיפּס", העלפט דאס זיי שטארק ארויס צו זיין מער פראדוקטיוו ביי דער ארבעט. "מאלטיפּלעקס רילעישאנשיפּס" באדייט אז אויסער וואס מען האט די געווענליכע גוטע פריינט אין לעבן, האט מען א פריינט אדער צוויי ביי דער ארבעט, און די שטודיע, וואס האט אויסגעפרעגט 168 מענטשן, האט געפונען אז די וועלכע האבן געהאט א גוטן פריינט ביי דער ארבעט זענען געווען מער פראדוקטיוו. ווי די פראפעסארן וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט די שטודיע זאגן, קומט דאס ווארשיינליך צוליב דעם וואס אויב האט מען א פריינט, קען מען אנפרעגן ראט און עצות, און אויך מיטטיילן שוועריגקייטן און פראבלעמען.

בילד: וויאזוי צו זיין מער פראדוקטיוו ביי דער ארבעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל