וואשינגטאן – באריכטן צייגן אז פרעזידענט טראמפ קלערט ערנסט צו נאמינירן דעם דעמאקראטישן וועסט ווירדזשיניע סענאטאר דזשאו מענשין אלס נייער פעדעראלער ענערגיע סעקרעטאר. די באריכטן לויטן אז טראמפ וועט נעמען דעם אמטירנדן ענערגיע סעקרעטאר ריק פערי און אים נאמינירן אנצופירן די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, וואס די פאזיציע איז ליידיג געווארן ווען דזשאן קעלי איז געווארן טראמפ'ס ווייסער הויז שטאב הויפט. מענשין איז א באקאנטער גאר מעסיגער דעמאקראט, און טוט אפט קריטיקירן די דעמאקראטישע פארטיי, און שפעקולאציעס דרייען זיך שוין לאנג אז ער גייט אריבערטוישן פארטיי און ווערן א רעפובליקאנער, אבער ער האט דערווייל נישט קאמענטירט צי ער וואלט אקצעפטירט אן איינלאדענונג פון פרעזידענט טראמפ צו דינען אין זיין קאבינעט.

בילד: דעמאקראט אין טראמפ'ס קאבינעט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל