ניו יארק – א געוועזענער ניו יארק סיטי אתרוג סוחר זאגט, אז טראץ וואס עס איז לעצטנס פארשפרייט געווארן א זארג איבער א מעגליכן מאנגל אין אתרוגים, איז ער זיכער אז ס'וועט אלעס זיין נארמאל. די זארג היי יאר האט זיך אנגעהויבן אפאר וואכן צוריק, ווען עס זענען געקומען באריכטן אז אין איטאליע זענען געווען שווערע קאלטע וועטערס, וואס האט אפגע'הרג'עט אתרוג ביימער אין קאלאבאריע, וואו די יאנעווער אתרוגים וואקסן. ר' מענדל ליפסקער, א געוועזענער אתרוג סוחר, זאגט אבער אז עס וועט ווארשיינליך נישט זיין קיין מאנגל. ר' מענדל זאגט אז ער האט גערעדט צו עטליכע סוחרים און גוי'אישע פארמערס אין איטאליע, און זיי אלע באשטעטיגן אז ס'איז טאקע געווען א שווערער וועטער, אבער פון ערפארונג האבן זיי שוין געהאט ווינטערס ווען זיי האבן געמיינט אז ס'וועט נישט זיין קיין איין גוטער אתרוג, און ביים ענדע זענען געווען גענוג און נאך אתרוגים.

בילד: עקספערט: ס'וועט נישט זיין קיין מאנגל אין אתרוגים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל