קאנאדע - א קאנאדישער גלח וועלכער איז געווען ארעסטירט אין צפון קארעא פאר מער ווי צוויי יאר, איז אנגעקומען אהיים נעכטן, נאכ׳ן באפרייט ווערן דורך דעם צפון קארעא רעזשים. היאן סו לים איז ארעסטירט געווארן אין יאר 15׳ זייענדיג אויף א רעליגיעזע מיסיע אין צפון קארעא, און דער ארטיגער רעזשים האט אים אנגעקלאגט מיט הארבע שפיאנאזש קלאגעס, זאגנדיג אז ער איז עכט טייל פון א מערב וועלט מיסיע אומצואווארפן די צפון קארעא רעגירונג. קאנאדישע אויטאריטעטן האבן אין לויף פון צוויי יאר געפירט גאר העפטיגע און געהיימע געשפרעכן מיט דעם ארטיגן רעזשים, צו געווינען לים׳ס באפרייאונג, און אינטערעסאנט איז אז ער איז באפרייט געווארן פונקט אין א צייט ווען די אנגעצויגנקייט צווישן צפון קארעא און די מערב וועלט זענען עקסטרעם און געפארפול. ער האט געלאנדעט נעכטן אין טאראנטא, קאנאדע, און זיין פאמיליע האט נישט געוואלט קאמענטירן אויף באריכטן אז ער איז באפרייט געווארן צוליב זיין שוואכן געזונט צושטאנד, זאגנדיג בלויז אז ער איז אין א גוטן צושטאנד.

בילד: קאנאדישער בירגער באפרייט פון צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל