בעיזשינג - דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט גערופן פאר רואיגקייט און איינגעהאלטנקייט איבער צפון קארעא. דזשינפינג האט גערעדט מיט פרעזידענט טראמפ טעלעפאניש נעכטן אינמיטן טאג, וואו ער האט געבעטן טראמפ זיך איינצוהאלטן פון מאכן שארפע סטעיטמענטס. דאס ווייסע הויז זאגט אז טראמפ און דזשינפינג האבן פאראייניגט מסכים געווען אז צפון קארעא מוז זאפארט אפשטעלן אירע נוקלעארע וואפנס אקטיוויטעטן. אין אנדערע נייעס האט מען געהערט אז פרעזידענט טראמפ וועט מארגן מאנטאג אונטערשרייבן א ספעציעלע עקזעקוטיוו ארדער אנצוהייבן אויספארשונגען איבער כינע׳ס האנדלס פארלעצונגען. ווייסע הויז קוועלער זאגן אז טראמפ וויל דערמיט לייגן דרוק אויף כינע אז זיי זאלן זיך בעסער צושטעלן איבער צפון קארעא.

בילד: כינע׳ס פרעזידענט רופט פאר רואיגקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל