קאראקאס - לאטיין-אמעריקאנער לענדער זענען שבת ארויסגעקומען און אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו קאמענטארן פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וועלכער האט געזאגט פרייטאג אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון נוצן מיליטערישע שריט צו לעזן דעם אנגייענדיגן קריזיס אין ווענעזועלע, וואו דער פירער ניקאלעס מאדוראו ווערט אלס מער און מער דיקטאטוריש. ביז יעצט זענען די לאטיין-אמעריקאנער לענדער געווען אויסגעשפראכן קעגן מאדוראו, און יעצט אז פרעזידענט טראמפ האט געסטראשעט מיליטערישע שריט, האבן די לענדער זיך צוריקגעצויגן פון זייער שארפע קריטיק קעגן מאדוראו, און אנשטאט האבן זיי פארשריגן טראמפ׳ס מיליטערישע סטראשע. מאדוראו׳ס קריטיקירער, סיי אין ווענעזועלע און סיי ארום, זענען יעצט אין אן אומבאקוועמע פאזיציע, ווען זיי דארפן פארדאמען מאדוראו, אבער אין דער זעלבער צייט קלארשטעלן אז זיי שטיצן נישט קיין אמעריקאנער אינוואזיע אויף איינס פון זייערע לענדער. די פרישע אנטוויקלונגען קומען הארט בעפאר וויצע פרעזידענט פענס׳ באזוך אין לאטיין-אמעריקע, אנגעהויבן היינט, ווען ער וועט באזוכן ארגענטינע, קאלאמביע, טשילע און פאנאמא.

בילד: קעגנערשאפט צו מיליטערישע אפציע אין ווענעזועלע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל