גואם – טראץ פארזיכערונגען פון אמעריקאנער מיליטערישע הויפטן אז מען האלט נישט אט ביים דורכפירן א באמבארדירונג אטאקע אויף צפון קארעא, הערט מען אז פילע אמעריקאנער בירגער זענען אין א פאניק און גרייטן זיך ערנסט פאר א נוקלעארער קריג, נאכדעם וואס טראמפ האט פרייטאג געזאגט אז אמעריקע'ס מיליטער איז "פולקאם גרייט".

די גלאבאלע סטאק מארקעטס רעפלעקטירן די אלגעמיינע אנגעצויגנקייט און זארג איבער דער מעגליכקייט פון א וועלט קריג, און פרייטאג האט א באריכט געצייגט אז אלע גרויסע מארקעטס אין אייראפע, אזיע און אמעריקע, האבן שוין אפגעווישט איין טריליאן דאלער אין די לעצטע 4 טעג.

אן אנדערע באריכט האט נאכגעברענגט פון "ארמיי סופלייס" געשעפטן איבער'ן לאנד, וועלכע לויפן אויס פון וויכטיגע פראדוקטן, אריינגערעכנט גאז מאסקעס, און אויך "פאטאסיום אייאדייד", וואס זענען ספעציעלע טאבלעטן וואס מ'קען נעמען אפצושוואכן די נעגאטיווע אפעקט פון ראדיאציע אין פאל פון א נוקלעארער אטאקע.

אין גואם, דער אמעריקאנער אינזל נישט ווייט פון צפון קארעא, האבן די לאקאלע אויטאריטעטן פובליצירט אנווייזונגען וואס צו טאן אין פאל פון א מיסיל אטאקע, נאכדעם וואס צפון קארעא האט געסטראשעט צו אטאקירן דעם אינזל, און צווישן די אנווייזונגען זענען "קוק נישט אין ריכטונג פונעם אויפרייס, און זוכט באלדיגע שוץ".

בילד: מען גרייט זיך אין גרויסן פאר נוקלעארער קריג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל