בילד: דעיוויד סיסיליען
וואשינגטאן – א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן וויל אז מען זאל באשטעטיגן א געזעץ נישט צו ערלויבן פרעזידענט טראמפ דורכצופירן א נוקלעארע אטאקע אויף צפון קארעא. קאנגרעסמאן דעיוויד סיסיליען (David Cicilline) האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז קאנגרעס זאל צוריקקומען קיין וואשינגטאן פון זייער זומער וואקאציע און באשטעטיגן דעם פארבאט, ווייל טראמפ וועט שטעלן אמעריקע אין געפאר אויב שיסט ער א נוקלעארן מיסיל אויף צפון קארעא. קאנגרעסמאן סיסיליען'ס פארשלאג רעפלעקטירט וואס פילע דעמאקראטישע פאליטישאנס זאגן אין די לעצטערע טעג, אז זיי זענען באזארגט אז טראמפ כאפט נישט אז זיינע ווילדע און שארפע סטעיטמענטס איבער צפון קארעא, קען פאקטיש נענטער ברענגען אמעריקע צו א נוקלעארער קריג. פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג אוועקגעמאכט די וועלכע קריטיקירן זיינע שארפע סטעיטמענטס, זאגנדיג אז די קריטיק איז פאליטיש מאטיווירט און אז רוב אמעריקאנער בירגער זענען שטארק צופרידן אז זיי האבן ענדליך א פרעזידענט וועלכער נעמט זיך אן פאר זייערע רעכטן מיט א שטייפקייט.


בילד: דעמאקראט וויל בלאקירן נוקלעארע מאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל