ווירדזשיניע - אמעריקע איז אין שאק, נאכדעם וואס א פראטעסט דורך ווייסע נאציאנאליסטן אין שארלאטסוויל, ווירדזשיניע, איז פארוואנדלט געווארן אין א סצענע פון ראיאטן, אומרוען און פאטאליטעטן. דער פראטעסט איז אריגינעל פלאנירט געווארן דורך ווייסע אקטיוויסטן אויסצודרוקן אויפברויז איבער דעם וואס מען האט אראפגענומען דעם נאמען פונעם קאנפעדערעיט גענעראל ראבערט לי פון א לאקאלן פארק, אבער באלד שבת מיטאג ווען דער פראטעסט האט זיך אנגעהויבן, איז קלאר געווארן אז דאס איז נישט סתם אזוי א פראטעסט, ווען די אנטיילנעמער האבן געהאלטן ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע שילדן און געשריגן העסליכע לאזונגען. א פרידליכע קאנטער-פראטעסט האט זיך פארזאמלט, און דאן האט פאסירט עפעס שרעקליכס, ווען א פארשוין איז געקומען צו פארן מיט א קאר און ווילד אריינגעקראכט אין די קאנטער-פראטעסטירער, פון וועלכע איינער איז אומגעקומען און עטליכע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. דער ווירדזשיניע גאווערנאר האט דערקלערט א ״סטעיט אוו עמורדזשענסי״ און פרעזידענט טראמפ האט אין א סטעיטמענט פארדאמט ״די שנאה וואס מען זעט אויף אלע זייטן״. אויסער דעם האט א העליקאפטער אראפגעקראכט נישט ווייט פונעם פראטעסט, און 2 זענען אומגעקומען, וואס די פאליציי זאגן אז דער קראך איז פארבינדן מיט׳ן פראטעסט - טראץ ס׳איז אומקלאר וויאזוי. אן אהייא פארשוין ביים נאמען דזשעימס פיעלדס איז ארעסטירט און געקלאגט געווארן פאר דער קאר אטאקע.

בילד: שאק נאך טויטליכע ווירדזשיניע פראטעסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל