מיסיסיפי - די אמעריקאנער מיליטער'ס מארין אפטיילונג האט פרייטאג געמאלדן אז זיי שטעלן אפ אלע זייערע פליגערס פון דורכפירן סיי וועלכע פלי רייזעס פאר 24 שעה. דאס קומט נאך צוויי טויטליכע עקסידענטן אין די לעצטע פאר וואכן, אריינגערעכנט 4 וואכן צוריק אין מיסיסיפי, וואו זעכצן מארינס (א מערהייט פון זיי געבוירענע אין אפסטעיט ניו יארק און סטאנציאנירט ביי די מיליטערישע באזע אינעם סטוארט לופטפעלד) זענען אומגעקומען ווען א טראנספארט פליגער האט אראפגעקראכט, און נעבן אויסטראליע וואו אן אספרעי פליגער האט אראפגעקראכט אין וואסער און 3 מארינס זענען אומגעקומען (טראץ וואס מען האט דערווייל נאכנישט אפגעפונען זייערע קערפער). א ווארטזאגער פאר דער מארין אפטיילונג זאגט אז קיין שום פלאנירטע מיליטערישע אפעראציעס אדער טרענירונגען זענען נישט אפעקטירט געווארן פונעם צייטווייליגן אפשטעל, און זי האט אויסגענוצט די צייט דורכצופירן עמורדזשענסי אינספעקציעס אויף אירע פליגערס.

בילד: מארינס אפטיילונג אפגעשטעלט פלי רייזעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל