ווירדזשיניע - שווערע רעגנס האבן אנגעמאכט שאדנס ביי די היסטארישע ״מאונט ווערנאן״ היים אין ווירדזשיניע, וואו אמעריקע׳ס ערשטער פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן האט געוואוינט. די מאונט ווערנאן היסטארישע געביידע איז איינס פון די מערסט באזוכטע טוריזם ערטער אין אמעריקע, און די לעצטערע רעגן שטורעמס האבן געברענגט אז טיילן פונעם מאונט ווערנאן קאמפלעקס איז פארפלייצט געווארן מיט 5 אינטשעס רעגן. די היסטארישע געביידע אליינס האט נישט געליטן קיין שאדנס, אבער א ציגלנע וואנט ארום דעם האט באקומען א לאך פון הונדערט פוס ברייט. די מוזעאום באאמטע האפן אז עס וועט קענען בלייבן ווייטער געהעריג אפן פאר׳ן פובליק אין לויף פון די פארריכטונג ארבעט.

בילד: היסטארישע ״מאונט ווערנאן״ געשעדיגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל